[1] און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ ציגל, און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר, און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושָלַיִם.
[2] און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג, און בױען אַרום איר אַ באַלעגער-מױער, און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל, און שטעל אַקעגן איר מחנות; און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום.
[3] און דו נעם דיר אַן אײַזערנע פֿאַן, און זאָלסט זי שטעלן װי אַן אײַזערנע װאַנט צװישן דיר און צװישן דער שטאָט; און זאָלסט קערן דײַן פּנים צו איר, און זי זאָל זײַן אין באַלעגערונג, און דו זאָלסט זי באַלעגערן. אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
[4] און דו ליג אױף דײַן לינקער זײַט, און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איר די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר, װעסטו טראָגן זײערע זינד.
[5] און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינד אַקעגן דער צאָל טעג – דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג; און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
[6] און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע, זאָלסטו װידער ליגן אױף דײַן רעכטער זײַט, און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג: אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר, אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט.
[7] און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושָלַיִם, זאָלסטו קערן דײַן פּנים מיט דײַן אָרעם אַנטבלױזט, און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר.
[8] און זע, איך טו אַרױף אױף דיר שטריק, און װעסט זיך נישט אומדרײען פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון דײַן באַלעגערונג.
[9] און דו נעם דיר װײץ און גערשטן און בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ, און טו זײ אַרײַן אין אײן כּלי, און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט; די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף דײַן זײַט, דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג, זאָלסטו עס עסן.
[10] און דײַן עסן װאָס דו װעסט עסן, זאָל זײַן מיט אַ װאָג, צװאַנציק שקל אַ טאָג; פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן.
[11] און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען; אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען.
[12] אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן, און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹאֶה זאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן.
[13] און ה׳ האָט געזאָגט: אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקער װאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן.
[14] האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, זע מײַן זעל איז נישט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך נישט געגעסן פֿון מײַן יוגנט אָן און ביז אַצונד, און אין מײַן מױל איז נישט געקומען אומװערדיק פֿלײש.
[15] האָט ער צו מיר געזאָגט: זע, איך גיב דיר מיסט פֿון רינדער אַנשטאָט קױט פֿון מענטשן, און זאָלסט מאַכן דײַן ברױט דערױף.
[16] און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, זע, איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושָלַיִם, און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג, און מיט זאָרג, און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען.
[17] װײַל זײ װעלן געמינערט זײַן ברױט און װאַסער, און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן, און װעלן אײַנגײן פֿאַר זײערע זינד.