Skip to content
Opens in a new window

[1] און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, שטעל זיך אױף דײַנע פֿיס, און איך װעל רעדן מיט דיר.

[2] און דער גײַסט איז אַרײַן אין מיר, װי ער האָט גערעדט צו מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס, און איך האָב געהערט דעם װאָס רעדט צו מיר.

[3] און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, איך שיק דיך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו די װידערשפּעניקע שבֿטים װאָס האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר; זײ און זײערע עלטערן האָבן געבראָכן אָן מיר אַזש ביז הײַנטיקן טאָג.

[4] און די קינדער האָבן פֿאַרשײַטע פּנימער און האַרטע הערצער: צו זײ שיק איך דיך, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳;

[5] און זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן – װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ – זאָלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.

[6] און דו מענטשנקינד, זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן; פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו נישט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו נישט אַנגסטן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.

[7] און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן; װאָרעם לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ.

[8] און דו מענטשנקינד, הער װאָס איך רעד צו דיר; זאָלסט נישט װידערשפּעניק זײַן װי דאָס װידערשפּעניקע געזינדל; מאַך אױף דײַן מױל, און עס װאָס איך גיב דיר.

[9] און איך האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ האַנט איז אױסגעשטרעקט צו מיר, און זע, אין איר איז געװען אַ מגילה פֿון אַ בוך.

[10] און ער האָט זי אױסגעשפּרײט פֿאַר מיר, און זי איז געװען באַשריבן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און אױף איר איז געװען אָנגעשריבן קלאָגן און זיפֿצעניש און װײ.

יחֶזקֵאל — Chapters