Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:05

[1] דאס דאזיקע אבער זאלסטו וויסן, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען שווערע צייטן.

[2] ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז,

[3] אוממענטשלעך, נישט גענייגט מוחל צו זיין, טייוולאנים, נישט איינגעהאלטן, אכזרים, שונאים פון גוטס,

[4] פאררעטעריש, לייכטזיניק, אנגעבלאזן, וואס האבן ליב פארגעניגנס מער ווי זיי האבן ליב ה׳;

[5] וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ.

[6] ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות,

[7] וואס תמיד לערנען זיי, און קענען קיינמאל נישט קומען צו דער דערקענטעניש פון דעם אמת.

[8] און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה.

[9] זיי וועלן אבער ווייטער נישט קומען; ווארום זייער נארישקייט וועט ווערן באשיימפערלעך קלאר פאר אלעמען, ווי עס איז אויך געשען מיט יענע.

[10] דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות,

[11] מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.

[12] יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן.

[13] שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.

[14] דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט,

[15] און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.

[16] אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות;

[17] כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.

ב טימאטעוס בריוו — Chapters