Skip to content
Opens in a new window

[1] און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר רײַטװעגן גײען אַרױס פֿון צװישן צװײ בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע בערג.

[2] אין ערשטן רײַטװאָגן רױטע פֿערד, און אין צװײטן רײַטװאָגן שװאַרצע פֿערד,

[3] און אין דריטן רײַטװאָגן װײַסע פֿערד, און אין פֿירטן רײַטװאָגן געשפּרענקלטע ברױנע פֿערד.

[4] האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר?

[5] האָט דער מלאך געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו מיר: די דאָזיקע זײַנען די פֿיר װינטן פֿון הימל, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד.

[6] דער װאָס אין אים זײַנען די שװאַרצע פֿערד גײט אַרױס צום לאַנד פֿון צפֿון, און די װײַסע זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך זײ, און די געשפּרענקלטע זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון דָרום.

[7] אױך די ברױנע זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געװאָלט גײן אומװאַנדערן איבער דער ערד; האָט ער געזאָגט: גײט װאַנדערט אום איבער דער ערד. און זײ האָבן אומגעװאַנדערט איבער דער ערד.

[8] און ער האָט צוגעשריען צו מיר, און האָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: זע, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון צפֿון, האָבן באַרוט מײַן רוּחַ אין לאַנד פֿון צפֿון.

[9] און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

[10] נעם פֿון די גלות-לײַט, פֿון כֶלדַין, פֿון טוֹבֿיָהן, און פֿון ידַעְיָהן, װאָס זײַנען געקומען פֿון בָבֿל, און זאָלסט גײן אין דעם אײגענעם טאָג, און קומען אין הױז פֿון יֹאשִיָה דעם זון פֿון צפַֿניָהן –

[11] זאָלסט נעמען זילבער און גאָלד, און מאַכן קרױנען, און אָנטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול.

[12] און זאָלסט זאָגן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: אָט איז דעם מאַן װאָס זײַן נאָמען איז צֶמַח, און װאָס װעט אַרױסשפּראָצן פֿון זײַן אָרט, און ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳.

[13] יאָ, ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳, און ער װעט טראָגן דעם גלאַנץ, און װעט זיצן און געװעלטיקן אױף זײַן טראָן, און אַ כּהן װעט זײַן בײַ זײַן טראָן; און אַ פֿרידלעכע באַראָטונג װעט זײַן צװישן זײ בײדן.

[14] און די קרױנען זאָלן זײַן חֵלֶמען, און טוֹבֿיָהן, און ידַעְיָהן, און חֵן דעם זון פֿון צפַֿניָהן, פֿאַר אַ געדעכעניש אין דעם הֵיכל פֿון ה׳.

[15] און װײַטע װעלן קומען, און װעלן בױען אין דעם הֵיכל פֿון ה׳; און איר װעט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך. און עס װעט זײַן, אױב הערן װעט איר צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם.

זְכַרְיָה — Chapters