Skip to content
Opens in a new window

[1] אין יענעם טאָג װעט זיך עפֿענען אַ קװאַל פֿאַר דעם הױז פֿון דָוִד, און פֿאַר די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, פֿאַר זינד און פֿון װאָס איז אומרײן.

[2] און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעל איך פֿאַרשנײַדן די נעמען פֿון די געצנבילדער, פֿון לאַנד, און זײ װעלן מער נישט געדאַכט װערן; און אױך די נבֿיאים און דעם גײַסט פֿון אומרײנקײט װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון לאַנד.

[3] און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט נאָך אַלץ נבֿיאות זאָגן, װעלן זאָגן צו אים זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן: טאָרסט נישט בלײַבן לעבן, װאָרעם ליגן האָסטו געזאָגט אין נאָמען פֿון ה׳; און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן, װעלן אים שטעכן, אַז ער װעט נבֿיאות זאָגן.

[4] און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן זיך די נבֿיאים שעמען איטלעכער מיט זײַן זעונג, װען ער װעט נבֿיאות זאָגן; און זײ װעלן נישט אָנטאָן אַ האָריקן מאַנטל כּדי צו נאַרן.

[5] און ער װעט זאָגן: נישט קײן נבֿיא בין איך, איך בין אַ פּויער, װאָרעם מען האָט מיך געלערנט בהמות צו היטן פֿון מײַן יוגנט אָן.

[6] און אַז מע װעט זאָגן צו אים: װאָס זײַנען די דאָזיקע װוּנדן צװישן דײַנע הענט? װעט ער זאָגן: דאָס האָב איך געקריגן געשלאָגן אין הױז פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט.

[7] דערװעק זיך, שװערד, אױף מײַן פּאַסטוך, און אױף דעם מאַן װאָס איך האָב מיר צוגעחבֿרט! זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת; שלאָג דעם פּאַסטוך, און די שאָף זאָלן צעשפּרײט װערן; און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף די יונגען.

[8] און עס װעט געשען אין גאַנצן לאַנד, זאָגט ה׳; צװײ טײלן דערין װעלן פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן, און אַ דריט-חלק װעט בלײַבן דערין.

[9] און איך װעל ברענגען דעם דריט-חלק אין פֿײַער, און װעל זײ לײַטערן װי מע לײַטערט זילבער, און װעל זײ פּרוּװן װי מע פּרוּװט גאָלד; ער װעט רופֿן מײַן נאָמען, און איך װעל אים ענטפֿערן; איך זאָג: ער איז מײַן פֿאָלק, און ער װעט זאָגן: ה׳ איז מײַן ג-ט.

זְכַרְיָה — Chapters