[1] װײ די בלוטיקע שטאָט, אין גאַנצן מיט פֿאַלשקײט, מיט רױב, אָנגעפֿילט! עס טוט זיך נישט אָפּ די פֿאַרצוקונג.
[2] אַ קנאַל פֿון בײַטשן, און אַ רַעַש-געפּילדער פֿון רעדער, און פֿערד יאָגן, און רײַטװעגן שפּרינגען;
[3] רײַטער שטורעמען אַרױף, און פֿלאַם פֿון שװערד, און בליץ פֿון שפּיז, און אַ סך דערשלאָגענע, און אַ הױפֿן פּגרים, און אָן שיעור טױטע לײַבער; און זײ שטרױכלען אָן זײערע טױטע לײַבער.
[4] פֿון װעגן די פֿיל זנותן פֿון דער װױל-חנעװדיקער זוֹנה, דער מײַנסטערין פֿון כּישוף, װאָס פֿאַרקױפֿט פֿעלקער מיט אירע זנותן, און משפּחות מיט אירע כּישופֿן.
[5] זע, איך קום צו דיר, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, און איך װעל אױפֿדעקן דײַנע ברעגן אױף דײַן פּנים, און װעל װײַזן די פֿעלקער דײַן נאַקעטקײט, און די קיניגרײַכן דײַן שאַנד.
[6] און איך װעל אַרױפֿװאַרפֿן אױף דיר אומװערדיקײטן, און װעל דיך פֿאַרמיױסן, און דיך מאַכן װי מיסט.
[7] און עס װעט זײַן, אַלע װאָס זעען דיך, װעלן װײַכן פֿון דיר, און זאָגן: פֿאַרװיסט געװאָרן איז נינוֵה; װער קען זי באַקלאָגן? פֿון װאַנען זאָל איך זוכן טרײסטער פֿאַר דיר?
[8] ביסטו דען בעסער פֿון נוֹא-אָמוֹן, װאָס איז געזעסן צװישן טײַכן, מיט װאַסער אַרום איר; װאָס איר פֿעסטונג איז געװען דער ים, פֿון ים איז געװען איר מױער?
[9] כּוּש איז געװען אַ שטאַרקײט, און מִצרַיִם אָן שיעור, פּוּט און לובֿים זײַנען געװען דיר צו הילף.
[10] אָבער אױך זי איז אין גלות, אין געפֿאַנגענשאַפֿט איז זי געגאַנגען; אױך אירע קלײנע קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן אין אַלע עק גאַסן; און אױף אירע נִכבדים האָט מען גורל געװאָרפֿן, און אַלע אירע גרױסע לײַט זײַנען אין קײטן געשמידט געװאָרן.
[11] דו אױך װעסט שיכּור װערן, װעסט זײַן אַ געחלשטע, דו אױך װעסט זוכן אַ באַשיצונג פֿון פֿײַנט.
[12] אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן זײַן װי פֿײַגנבײמער מיט ערשטפֿײַגן: װאָס אַז זײ װערן געטרײסלט, פֿאַלן זײ דעם עסער אין מױל.
[13] זע, דײַן פֿאָלק אין דיר זײַנען װײַבער, אָפֿן געעפֿנט געװאָרן פֿאַר דײַנע פֿײַנט זײַנען די טױערן פֿון דײַן לאַנד, פֿאַרצערט האָט אַ פֿײַער דײַנע ריגלען.
[14] װאַסער פֿאַר באַלעגערונג שעפּ דיר אָן, פֿאַרשטאַרק דײַנע פֿעסטונגען, גײ אין לײם און טרעט װאַפּנע, נעם אָן די ציגלפֿורעם.
[15] דענצמאָל װעט דיך אַ פֿײַער פֿאַרצערן, אַ שװערד װעט דיך פֿאַרשנײַדן; זי װעט דיך אױפֿעסן װי דער הײשעריק; מעגסט זיך מערן װי דער הײשעריק, מעגסט זיך מערן װי דער גריל.
[16] האָסט געמערט דײַנע האַנדלסלײַט מײַן פֿון די שטערן פֿון הימל – האָט דער הײשעריק זיך אױסגעשפּרײט און איז אַװעקגעפֿלױגן.
[17] דײַנע געקרױנטע זײַנען װי גרילן, און דײַנע קאָמאַנדיר װי אַ מחנה הײשעריקן, װאָס לאַגערן אױף די פּלױטן אין אַ קאַלטן טאָג; גײט אױף די זון, אַזױ פֿליען זײ אַװעק, און מע װײסט נישט זײער אָרט װוּ זײ זײַנען.
[18] אײַנגעשלאָפֿן זײַנען דײַנע פּאַסטוכער, מלך פֿון אשור, עס רוען דײַנע מאַכטיקע, צעשפּרײט אױף די בערג איז דײַן פֿאָלק, און נישטאָ װער זאָל אײַנזאַמלען.
[19] נישטאָ קײן לינדערונג פֿאַר דײַן בראָך, שװער איז דײַן װוּנד; אַלע װאָס הערן דײַן הערונג, קלאַפּן מיט די הענט אױף דיר, װאָרעם אױף װעמען איז נישט אַריבער תּמיד דײַן בײז?