Skip to content
Opens in a new window

[1] די נבֿואה װאָס חֲבַֿקוּק דער נבֿיא האָט געזען.

[2] ביז װאַנען, ה׳, װעל איך רופֿן, און דו װעסט נישט הערן? שרײַען צו דיר געװאַלט, און דו װעסט נישט העלפֿן?

[3] פֿאַר װאָס לאָזטו מיך זען אומרעכט, און קוקסט-צו אומגליק? און רױב און גזלה זײַנען פֿאַר מיר, און עס איז קריג, און שטרײט הײבט זיך אױף.

[4] דערום איז אָפּגעשלאַפֿט די תּורה, און קײן מאָל קומט נישט אַרױס אַ משפּט; װײַל דער רשע רינגלט אַרום דעם צדיק, דערום קומט אַרױס דער משפּט פֿאַרדרײט.

[5] זעט בײַ די פֿעלקער און קוקט-צו, און װוּנדערן פֿאַרװוּנדערט אײַך, װאָרעם אַ טוּונג טוט מען אין אײַערע טעג איר װעט נישט גלױבן, אַז עס װעט דערצײלט װערן.

[6] װאָרעם זעט, איך מאַך אױפֿשטײן די כַּשׂדים, דאָס ביטערע און דאָס האַסטיקע פֿאָלק, װאָס גײט איבער דער ברײט פֿון דער ערד, צו אַרבן װױנונגען נישט זײַנע.

[7] פֿאָרכטיק און מוראדיק איז ער, פֿון אים אַלײן גײט אַרױס זײַן רעכט און זײַן מאַכט.

[8] און פֿלינקער פֿון לעמפּערטן זײַנען זײַנע פֿערד, און שאַרפֿער פֿון אָװנטװעלף; און זײַנע רײַטער פֿאַרשפּרײטן זיך, יאָ, זײַנע רײַטער קומען פֿון דער װײַטן, זײ פֿליען װי אַן אָדלער װאָס אײַלט צו פֿאַרצערן.

[9] זײ אַלע קומען אױף רױב, דאָס ציען פֿון זײערע פּנימער איז פֿאַרױס צו; און ער זאַמלט װי זאַמד געפֿאַנגענע.

[10] און ער שפּאָט פֿון מלכים, און פֿירשטן זײַנען אַ שפּילכל בײַ אים; ער לאַכט פֿון איטלעכער פֿעסטונג, װאָרעם ער שיט אָן ערד, און באַצװינגט זי.

[11] דענצמאָל גײט אים אַריבער װי דער װינט, און ער טרעט איבער און פֿאַרשולדיקט װערען; זײַן דאָזיקער כּוֹח װערט בײַ אים צום ג-ט.

[12] פֿאַר װאָר, דו ביסט דאָך פֿון אײביק אָן, ה׳ מײַן ג-ט, מײַן הײליקער, לאָמיר נישט אומקומען; ה׳, דו האָסט אים פֿאַר אַ משפּט געמאַכט, און דו, פֿעלדז, האָסט אים צו שטראָפֿן געשטעלט.

[13] דײַנע אױגן זײַנען צו רײן צו זען שלעכטס, און צוקוקן אומרעכט קענסטו נישט; פֿאַר װאָס קוקסטו-צו די װאָס פֿעלשן, שװײַגסט װען דער רשע שלינגט אײַן דעם װאָס איז גערעכטער פֿון אים?

[14] און האָסט געמאַכט מענטשן װי די פֿישן פֿון ים, װי שרצים אָן אַ געװעלטיקער איבער זײ;

[15] ער ציט זײ אַלע אַרױף מיט אַ װענטקע, ער שלעפּט זײ אַרױף אין דער נעץ, און ער זאַמלט זײ אײַן אין זײַן פֿאַנגנעץ; דערום פֿרײט ער זיך און קװעלט.

[16] דערום שלאַכט ער צו זײַן נעץ, און רײכערט צו זײַן פֿאַנגנעץ, װאָרעם דורך זײ איז פֿעט זײַן חלק, און זײַן עסן איז זאַפֿטיק.

[17] זאָל ער דערום אױסלײדיקן זײַן נעץ, און תּמיד הרגען פֿעלקער אָן דערבאַרעמונג?

חֲבַֿקוּק — Chapters