[1] געדענק, ה׳, װאָס איז געשען צו אונדז, קוק און זע אונדזער שאַנד.
[2] אונדזער נחלה איז איבערגעגאַנגען צו פֿרעמדע, אונדזערע הײַזער צו אַנדערע.
[3] מיר זײַנען יתומים געװאָרן אָן אַ פֿאָטער, אונדזערע מוטערס װי אַלמנות.
[4] אונדזער װאַסער טרינקען מיר פֿאַר געלט, אונדזער האָלץ קומט אונדז אָן פֿאַר געצאָלט.
[5] אױף אונדזער נאַקן װערן מיר געיאָגט, מיר זײַנען מיד, און אונדז װערט נישט באַרוט.
[6] צו מִצרַיִם האָבן מיר אַ האַנט אױסגעשטרעקט, צו אשור – זיך מיט ברױט צו זעטן.
[7] אונדזערע עלטערן האָבן געזינדיקט, און זײַנען מער נישטאָ, און מיר טראָגן זײערע פֿאַרברעכן.
[8] קנעכט געװעלטיקן איבער אונדז, נישטאָ קײן אױסלײזער פֿון זײער האַנט.
[9] מיט אונדזער לעבן קריגן מיר אונדזער ברױט, פֿון װעגן דער שװערד פֿון מדבר.
[10] אונדזער הױט גליט װי אַן אױװן, פֿון װעגן די ברענונגען פֿון הונגער.
[11] װײַבער האָט מען געפּײַניקט אין צִיוֹן, יונגפֿרױען אין די שטעט פֿון יהוּדה.
[12] האַרן זײַנען געהאַנגען געװאָרן פֿון זײער האַנט; פּנימער פֿון זקנים זײַנען נישט געשױנט געװאָרן.
[13] יונגעלײַט האָבן מילשטײנער געטראָגן, און ייִנגלעך האָבן אונטער האָלץ געשטרױכלט.
[14] זקנים האָבן פֿון טױער אױפֿגעהערט, יונגעלײַט פֿון זײער געזאַנג.
[15] אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון אונדזער האַרצן, פֿאַרקערט איז אין טרױער אונדזער טאַנץ.
[16] געפֿאַלן איז די קרױן פֿון אונדזער קאָפּ; װײ אונדז! װאָרעם מיר האָבן געזינדיקט.
[17] דערפֿאַר איז קראַנק אונדזער האַרץ, איבער דעם זײַנען פֿינצטער אונדזערע אױגן:
[18] איבער דעם באַרג צִיוֹן װאָס איז װיסט – פֿיקס גײען אום אױף אים.
[19] דו, ה׳, טראָנסט אײביק, דײַן טראָן איז אױף דור-דורות,
[20] פֿאַר װאָס פֿאַרגעסטו אונדז אױף שטענדיק, פֿאַרלאָזט אונדז אױף לאַנגע טעג?
[21] קער אונדז אום צו דיר, ה׳, און לאָמיר זיך אומקערן; באַנײַ אונדזערע טעג װי אַמאָל;
[22] װאָרעם אױב פֿאַראַכטן האָסטו אונדז פֿאַראַכט, האָסטו אָבער געצערנט אױף אונדז ביז גאָר.