[1] איך בין דער מאַן װאָס האָט אָנגעזען פּײַן דורך דער רוט פֿון זײַן צאָרן.
[2] ער האָט מיך געפֿירט און געמאַכט גײן אין פֿינצטערניש און נישט ליכטיקײט.
[3] פֿאַר װאָר, קעגן מיר װידער און װידער קערט ער זײַן האַנט אַ גאַנצן טאָג.
[4] ער האָט אָפּגעצערט מײַן פֿלײש און מײַן הױט, ער האָט צעבראָכן מײַנע בײנער.
[5] ער האָט מיך באַבױט, און אַרומגערינגלט מיט גיפֿט און מיט מאַטערניש.
[6] ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין חושכנישן, װי מתים פֿון לאַנג אָן.
[7] ער האָט מיך פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט אַרױסגײן, ער האָט שװער געמאַכט מײַן קײט.
[8] אַפֿילו װען איך שרײַ און רוף, פֿאַרשפּאַרט ער מײַן תּפֿילה.
[9] ער האָט פֿאַרצאַמט מײַנע װעגן מיט שטײנער, ער האָט מײַנע שטעגן פֿאַרקרימט.
[10] אַ לױערדיקער בער איז ער מיר, אַ לײב אין פֿאַרבאָרגעניש.
[11] ער האָט אָפּגעקערט מײַנע װעגן, און מיך צעריסן, װיסט האָט ער מיך געמאַכט.
[12] ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן, און מיך געשטעלט פֿאַר אַ ציל צו דער פֿײַל.
[13] ער האָט אַרײַנגעלאָזט אין מײַנע נירן, די זין פֿון זײַן פֿײַלבײַטל.
[14] איך בין געװאָרן אַ געלעכטער בײַ מײַן גאַנצן פֿאָלק, זײער שפּאָטליד אַ גאַנצן טאָג.
[15] ער האָט מיך אָנגעזעט מיט ביטערנישן, מיך געזעטיקט מיט װערמוט.
[16] און ער האָט צעבראָכן מיט שטײנדלעך מײַנע צײן, ער האָט מיך געװעלגערט אין אַש.
[17] און מײַן זעל איז פֿאַרשטױסן פֿון פֿריד, איך האָב פֿאַרגעסן אָן גוטס.
[18] און איך זאָג: פֿאַרלאָרן איז מײַן שטאַרקײט, און מײַן האָפֿענונג פֿון ה׳.
[19] די דערמאָנונג פֿון מײַן פּײַן און מײַן װאָגלעניש, איז װערמוט און ביטערקרױט.
[20] דערמאָנען דערמאָנט זיך מײַן זעל, און זי בײגט זיך אין מיר.
[21] דאָס ענטפֿער איך צו מײַן האַרצן, דערום טו איך האַרן:
[22] אַז די חסָדים פֿון ה׳ זײַנען נישט אױסגעגאַנגען, אַז נישט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות;
[23] זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן; גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט.
[24] ה׳ איז מײַן חלק, זאָגט מײַן זעל, דערום האָף איך צו אים.
[25] גוט איז ה׳ צו די װאָס האַרן אױף אים, צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן.
[26] גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער אױף דער ישועה פֿון ה׳.
[27] גוט איז פֿאַר אַ מענטשן, אַז ער זאָל טראָגן דעם יאָך אין זײַן יוגנט;
[28] ער זאָל זיצן אַלײן און שװײַגן, װען מע האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אים;
[29] ער זאָל לײגן אין אַש זײַן מױל, אפֿשר איז אַ האָפֿענונג פֿאַראַן;
[30] ער זאָל געבן די באַק צו זײַן שלעגער, ער זאָל זיך זעטן מיט שאַנד.
[31] װאָרעם נישט אױף אײביק פֿאַרלאָזט אֲדֹנָי;
[32] װאָרעם אױב ער האָט פֿאַראומערט, דערבאַרעמט ער אָבער לױט זײַנע גרױסע חסָדים.
[33] װאָרעם נישט פֿון זײַן האַרצן פּײַניקט ער, און פֿאַראומערט די מענטשנקינדער.
[34] צו דריקן אונטער זײַנע פֿיס אַלע געפֿאַנגענע פֿון דער ערד,
[35] צו פֿאַרבײגן דעם משפּט פֿון אַ מאַן, איז דערװידער דעם פּנים פֿון דעם עליון;
[36] צו קריװדען אַ מענטשן אין זײַן קריג, דאָס װיל אֲדֹנָי נישט זען.
[37] װער איז דער װאָס קען הײסן, און עס זאָל געשען, אַז אֲדֹנָי האָט נישט באַפֿױלן?
[38] קומט נישט פֿון אױבערשטערס מױל אַרױס דאָס שלעכטס און דאָס גוטס?
[39] װאָס קען זיך באַקלאָגן אַ לעבעדיקער מענטש? אַ מאַן בײַ אַלע זײַנע זינד?
[40] לאָמיר נאָכזוכן און פֿאָרשן אונדזערע װעגן, און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳.
[41] לאָמיר אױפֿהײבן אונדזער האַרץ אױף די הענט צו אֵל אין הימל.
[42] מיר האָבן פֿאַרבראָכן און װידערשפּעניקט; װילסט דו נישט פֿאַרגעבן?
[43] האָסט זיך באַדעקט מיט צאָרן, און אונדז נאָכגעיאָגט, האָסט געהרגעט אָן רחמנות;
[44] האָסט זיך באַדעקט מיט אַ װאָלקן, אַז קײן תּפֿילה זאָל נישט דורכגײן.
[45] קױט און מיסט האָסטו אונדז געמאַכט צװישן די פֿעלקער.
[46] געעפֿנט האָבן זײער מױל אױף אונדז אַלע אונדזערע שָׂונאים.
[47] אַ גרױל און אַ גרוב איז געקומען אױף אונדז, אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך.
[48] בעכן װאַסער טוט רינען מײַן אױג אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.
[49] מײַן אױג גיסט, און װיל זיך נישט שטילן, אָן אַן אױפֿהער,
[50] ביז ה׳ פֿון הימל װעט לוגן און זען.
[51] מײַן אױג טוט װײ מײַן זעל, אום אַלע טעכטער פֿון מײַן שטאָט.
[52] יאָגן װי אַ פֿױגל האָבן מיך געיאָגט מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים.
[53] זײ האָבן פֿאַרשניטן אין גרוב מײַן לעבן, און שטײנער האָבן זײ געװאָרפֿן אױף מיר.
[54] װאַסערן האָבן געפֿלײצט אױף מײַן קאָפּ, איך האָב געזאָגט: איך בין אָפּגעשניטן.
[55] איך האָב גערופֿן דײַן נאָמען, ה׳, פֿון דער אונטערשטער גרוב.
[56] האָסט געהערט מײַן קֹול, זאָלסטו נישט פֿאַרהױלן דײַן אױער פֿון מײַן זיפֿץ, פֿון מײַן געשרײ.
[57] האָסט גענענט אין טאָג װאָס איך פֿלעג דיך רופֿן, האָסט געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן.
[58] האָסט זיך אָנגענומען, אֲדֹנָי, די קריג פֿון מײַן זעל, האָסט אױסגעלײזט מײַן לעבן.
[59] האָסט געזען, ה׳, מײַן קריװדע, משפּט מײַן משפּט.
[60] האָסט געזען זײער גאַנצע נקמה, אַלע זײערע מחשבֿות אױף מיר.
[61] האָסט געהערט זײער לעסטערונג, ה׳, אַלע זײערע מחשבֿות אַקעגן מיר;
[62] די ליפּן פֿון מײַנע פֿײַנט און זײער טראַכטן אַקעגן מיר אַ גאַנצן טאָג.
[63] זע זײער זיצן און זײער שטײן – איך בין זײער שפּאָטליד.
[64] זאָלסט זײ אומקערן, ה׳, אַ פֿאַרגעלטונג לױט די מעשׂים פֿון זײערע הענט.
[65] זאָלסט זײ געבן האַרצדולעניש, דײַן קללה אױף זײ!
[66] זאָלסט זײ יאָגן מיט צאָרן, און זײ פֿאַרטיליקן פֿון אונטער די הימלען פֿון ה׳.