Skip to content
Opens in a new window

[1] און ה׳ האָט אָנגעברײט אַ גרױסן פֿיש אײַנצושלינגען יוֹנהן, און יוֹנה איז געװען אין די אינגעװײד פֿון פֿיש דרײַ טעג און דרײַ‏ נעכט.

[2] און יוֹנה האָט מתפּלל געװען צו ה׳ זײַן ג-ט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש.

[3] און ער האָט געזאָגט: איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו ה׳, און ער האָט מיר געענטפֿערט; פֿון דעם בױך פֿון שְׁאֹול האָב איך געשריען, האָסטו צוגעהערט מײַן קֹול.

[4] װאָרעם האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש, אין האַרצן פֿון די ימען, און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען; אַלע דײַנע װעלן און אינדן זײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר.

[5] און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן; אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן אױף דײַן הײליקן הֵיכל.

[6] װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש, דער תּהום האָט מיך אַרומגענומען, טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ.

[7] צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט, די ערד פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק. אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון פֿאַרדאָרבנקײט מײַן לעבן, דו ה׳ מײַן ג-ט.

[8] װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר, האָב איך אָן ה׳ געדאַכט, און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר, אין דײַן הײליקן הֵיכל.

[9] די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן פֿאַרלאָזן זײער אײגענע חסדים;

[10] אָבער איך װעל צו דיר מקריבֿ זײַן מיט דעם קֹול פֿון דאַנקעניש; װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן. די ישועה איז בײַ ה׳.

[11] און ה׳ האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.

יוֹנָה — Chapters