[1] און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יוֹנה דעם זון פֿון אַמִתַּין, אַזױ צו זאָגן:
[2] שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס אױף איר, װאָרעם זײער שלעכטיקײט איז אױפֿגעגאַנגען פֿאַר מיר.
[3] איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען צו אַנטלױפֿן קײן תַּרְשִיש פֿון פֿאַר ה׳, און ער האָט גענידערט קײן יָפֿוֹ, און האָט געפֿונען אַ שיף װאָס גײט קײן תַּרְשִיש; האָט ער אָפּגעצאָלט איר לױן, און האָט גענידערט אין איר, כּדי צו גײן מיט זײ קײן תַּרְשִיש פֿון פֿאַר ה׳.
[4] האָט ה׳ אָנגעװאָרפֿן אַ גרױסן װינט אױפֿן ים, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער שטורעם אױפֿן ים, און די שיף האָט געהאַלטן בײַם צעבראָכן װערן.
[5] האָבן די שיפֿלײַט זיך דערשראָקן, און זײ האָבן געשריען איטלעכער צו זײַן ג-ט, און זײ האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן די זאַכן װאָס אױפֿן שיף, אין, כּדי זיך לײַכטער צו מאַכן. און יוֹנה האָט אַראָפּגענידערט אין װינקל שיף, און האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן.
[6] האָט דער עלטסטער פֿון די שיפֿלײַט גענענט צו אים, און האָט געזאָגט: װאָס איז מיט דיר, װאָס דו שלאָפֿסט? שטײ אױף און רוף צו דײַן ג-ט, אפֿשר װעט זיך האלֹקים באַדאַכטן אָן אונדז, און מיר װעלן נישט אונטערגײן.
[7] און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר װאַרפֿן גורל, כּדי מיר זאָלן װיסן איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז. האָבן זײ געװאָרפֿן גורל, און דער גורל איז געפֿאַלן אױף יוֹנהן.
[8] האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אונדז אַקאָרשט, דו איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז: װאָס איז דײַן טאָן? און פֿון װאַנען קומסטו? װאָס איז דײַן לאַנד? און פֿון װאָסער פֿאָלק ביסטו?
[9] האָט ער צו זײ געזאָגט: אַ עִבֿרי בין איך, ה׳ דעם ג-ט פֿון די הימלען טו איך פֿאָרכטן, דעם װאָס האָט געמאַכט דעם ים און די יבשה.
[10] האָבן די מענטשן מורא געקראָגן אַ גרױס מורא, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? װאָרעם די מענטשן האָבן פֿאַרשטאַנען אַז ער אַנטלױפֿט פֿון ה׳, אַז ער האָט דאָס זײ געזאָגט.
[11] האָבן זײ צו אים געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דיר, כּדי דער ים זאָל זיך אײַנשטילן פֿאַר אונדז? װאָרעם דער ים איז געװאָרן אַלץ שטורעמדיקער.
[12] האָט ער צו זײ געזאָגט: הײבט מיך אױף און װאַרפֿט מיך אַרײַן אין ים, און דער ים װעט זיך אײַנשטילן פֿאַר אײַך; װאָרעם איך װײס אַז איבער מיר איז דער דאָזיקער גרױסער שטורעם אױף אײַך.
[13] און די מענטשן האָבן גערודערט זיך אומצוקערן צו דער יבשה, אָבער זײ האָבן נישט געקענט, װאָרעם דער ים האָט נאָכאַנאַנד געשטורעמט אַקעגן זײ.
[14] האָבן זײ גערופֿן צו ה׳, און האָבן געזאָגט: מיר בעטן דיך, ה׳, לאָמיר נישט אונטערגײן פֿאַר דעם לעבן פֿון דעם דאָזיקן מענטשן, און זאָלסט נישט ברענגען אױף אונדז אומשולדיק בלוט, װאָרעם דו ה׳, אַזױ װי דו באַגערסט טוסטו.
[15] און זײ האָבן אױפֿגעהױבן יוֹנה, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים, און דער ים האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿון זײַן שטורעמען.
[16] און די מענטשן האָבן מורא געהאַט אַ גרױס מורא פֿאַר ה׳ און זײ האָבן געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער צו ה׳, און גענומען אױף זיך נדרים.