Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 10:01

[1] און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן.

[2] און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד?

[3] האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים.

[4] מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.

[5] בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.

[6] דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים,

[7] און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק.

[8] און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט?

[9] אנדערע האבן געזאגט: ער איז עס; אנדערע האבן געזאגט: ניין, נאר ער איז ענלעך צו אים. יענער האט געזאגט: איך בין עס.

[10] האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן?

[11] יענער האט געענטפערט: דער מענטש, וועמען מען רופט יהושע/ישוע, האט געמאכט ליים, און אנגעשמירט מיינע אויגן, און צו מיר געזאגט: גיי צום שילוח און וואש דיך; און איך בין געגאנגען און האב מיך געוואשן, און בין זעענדיק געווארן.

[12] האבן זיי צו אים געזאגט: וואו איז ער? זאגט ער: איך ווייס נישט.

[13] נעמען זיי און פירן צו די פרושים דעם, וואס איז פריער געווען בלינד.

[14] און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן.

[15] דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע.

[16] האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.

[17] און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.

[18] די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם,

[19] און זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי איז דער דאזיקער אייער זון, וואס איר זאגט, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? וויאזוי זשע זעט ער איצט?

[20] האבן זיינע עלטערן געענטפערט און געזאגט: מיר ווייסן, אז דער דאזיקער איז אונדזער זון, און אז ער איז געבוירן געווארן בלינד;

[21] וויאזוי אבער ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אדער ווער עס האט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט; פרעגט אים, ער איז א דערוואקסענער, ער וועט רעדן פאר זיך אליין.

[22] דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.

[23] דערפאר האבן זיינע עלטערן געזאגט: ער איז א דערוואקסענער, פרעגט אים.

[24] זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא.

[25] האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך.

[26] זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן?

[27] האט ער זיי געענטפערט: איך האב דאך אייך שוין געזאגט, און איר האט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאכאמאל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תלמידים?

[28] און זיי האבן אים געזידלט, און געזאגט; דו ביסט יענעמס תלמיד, מיר אבער זענען משהס תלמידים.

[29] מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז.

[30] האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן.

[31] מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא.

[32] פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם.

[33] אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען פון ה׳, וואלט ער גארנישט געקענט טאן.

[34] האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.

[35] יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש?

[36] יענער האט געענטפערט און געזאגט; און ווער איז עס, האר, אז איך זאל גלויבן אין אים?

[37] האט יהושע/ישוע געזאגט צו אים: דו האסט אים געזען, און דער, וואס רעדט מיט דיר, איז עס.

[38] און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים.

[39] און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד.

[40] און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד?

[41] האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד.

יוחנן — Chapters