[1] און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן;
[2] דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.
[3] האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
[4] זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן?
[5] האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
[6] דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט.
[7] וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן.
[8] דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.
[9] נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען?
[10] האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?
[11] באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן.
[12] אויב איך האב צו אייך גערעדט פון ערדישע זאכן, און איר גלויבט נישט, וויאזוי וועט איר גלויבן, ווען איך וועל צו אייך רעדן פון הימלישע זאכן?
[13] און קיינער איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, אחוץ דער, וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל, דער בר אנש, וואס איז אין הימל.
[14] און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן;
[15] כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן.
[16] ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
[17] ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.
[18] דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.
[19] און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.
[20] ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן.
[21] דער אבער, וואס טוט דעם אמת, קומט צום ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן אנטפלעקט ווערן, אז זיי ווערן געטאן אין ה׳.
[22] נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה.
[23] און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה.
[24] ווארום יוחנן איז נאך נישט געווען אריינגעווארפן אין תפיסה.
[25] און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה.
[26] און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים.
[27] האט יוחנן געענטפערט און געזאגט: קיין מענטש קען זיך גארנישט נעמען, אויב עס איז אים נישט געגעבן געווארן פון הימל.
[28] איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.
[29] ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.
[30] ער מוז וואקסן, איך אבער פארמינערט ווערן.
[31] דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען.
[32] וואס ער האט געזען און געהערט, דערפון זאגט ער עדות; און זיין עדות זאגן נעמט קיינער נישט אָן.
[33] ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.
[34] ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס.
[35] דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.
[36] דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.