Skip to content
Opens in a new window

[1] אױף מוֹאָבֿ. אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: װײ צו נבֿוֹ, װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט; צו שאַנד, באַצװוּנגען, איז קִריָתַיִם, צו שאַנד און צעבראָכן איז מִשׂגָב.

[2] נישטאָ מער דער לױב פֿון מוֹאָבֿ, אין חֶשבוֹן האָט מען באַקלערט בײז אױף איר: קומט, און לאָמיר זי פֿאַרשנײַדן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק! דו אױך, מַדמֵן, װעסט שטיל װערן, נאָכגײן דיר װעט גײן די שװערד.

[3] אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון חוֹרוֹנַיִם: אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך אַ גרױסער.

[4] צעבראָכן געװאָרן איז מוֹאָבֿ, אירע יונגע לאָזן הערן אַ געשרײ.

[5] װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן; װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן; װאָרעם אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון חוֹרוֹנַיִם הערט מען אַן אַנגסטגעשרײ פֿון בראָך.

[6] אַנטלױפֿט, ראַטעװעט אײַער נפֿש, און זײַט װי אַ טאַמאַריסק אין דער מדבר.

[7] װאָרעם װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַנע אױפֿטוען און אױף דײַנע אוֹצרות, װעסט דו אױך באַצװוּנגען װערן; און כּמוֹש װעט אין גלות אַװעק, זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם.

[8] און אַ פֿאַרװיסטער װעט קומען אױף איטלעכער שטאָט, און קײן שטאָט װעט נישט אַנטרונען װערן; און אונטערגײן װעט דער טאָל, און פֿאַרטיליקט װערן װעט דער פּלױן, אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט.

[9] גיט פֿליגלען צו מוֹאָבֿ, װאָרעם פֿליען אַװעקפֿליען װעט זי; און אירע שטעט װעלן צו װיסט װערן, אָן אַ באַװױנער אין זײ.

[10] פֿאַרשאָלטן דער װאָס טוט אָפּגעלאָזט די אַרבעט פֿון ה׳, און פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרמײַדט זײַן שװערד פֿון בלוט!

[11] רואיק געװען איז מוֹאָבֿ פֿון זײַן יוגנט אָן, און אָפּגעזעצט איז ער אױף זײַנע הײװן, און נישט איבערגעלײדיקט געװאָרן פֿון כּלי אין כּלי, און אין גלות איז ער נישט געגאַנגען; דערפֿאַר האָט זיך אָפּגעשטעלט זײַן טעם בײַ אים, און זײַן ריח האָט זיך נישט געביטן.

[12] אָבער זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל שיקן צו אים אומבײַגערס, און זײ װעלן אים אומבײַגן, און זײַנע כּלים װעלן זײ אױסלײדיקן, און זײערע קריג װעלן זײ צעברעכן.

[13] און מוֹאָבֿ װעט זיך שעמן מיט כּמוֹש, װי דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך געשעמט מיט בֵית-אֵל זײער פֿאַרזיכערונג.

[14] װי קענט איר זאָגן: גיבוֹרים זײַנען מיר, און העלדישע לײַט פֿאַר מלחמה?

[15] פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ, און אױף אירע שטעט איז מען אַרױפֿגעגאַנגען; און זײַנע געקליבענע יונגען האָבן גענידערט צו דער שחיטה, זאָגט דער קיניג – ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.

[16] נאָנט איז דער בראָך פֿון מוֹאָבֿ צו קומען, און זײַן אומגליק אײַלט זײער.

[17] באַדױערט אים אַלע די װאָס זענען אַרום אים, און אַלע װאָס קענט זײַן נאָמען זאָגט: װי איז צעבראָכן דער מאַכטיקער שטעקן, דער פּראַכטיקער שטעקן!

[18] נידער פֿון כּבֿוד, און זיץ אין דאָרשטיקײט, טאָכטער באַװױנערין פֿון דיבֿוֹן, װאָרעם דער פֿאַרװיסטער פֿון מוֹאָבֿ איז אַרױפֿגעקומען אױף דיר, ער האָט צעשטערט דײַנע פֿעסטונגען.

[19] בײַם װעג שטײ, און קוק אױס, באַװױנערין פֿון עַרוֹעֵר; פֿרעג דעם אַנטלאָפֿענעם און די אַנטרונענע; זאָג: װאָס איז געשען?

[20] צו שאַנד געװאָרן איז מוֹאָבֿ, װאָרעם זי איז צעבראָכן געװאָרן; יאָמערט און שרײַט, זאָגט אָן אין אַרנוֹן, אַז פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ.

[21] און אַ משפּט איז געקומען אױף דעם לאַנד פֿון פּלױן; אױף חוֹלוֹן, און אױף יַהצָה, און אױף מֵיפַֿעַת;

[22] און אױף דיבֿוֹן, און אױף נבֿוֹן, און אױף בֵית-דִבלָתַיִם;

[23] און אױף קִריָתַיִם, און אױף בֵית-גָמול, און אױף בֵית-מְעוֹן;

[24] און אױף קריוֹת, און אױף בָצרָה, און אױף אַלע שטעט פֿון לאַנד מוֹאָבֿ, די װײַטע און די נאָנטע.

[25] אָפּגעהאַקט געװאָרן איז דער האָרן פֿון מוֹאָבֿ, און זײַן אָרעם איז צעבראָכן געװאָרן, זאָגט ה׳.

[26] פֿאַרשיכּורט אים, װאָרעם קעגן ה׳ האָט ער זיך געגרײסט; און מוֹאָבֿ װעט זיך פּאַטשן אין זײַן מײקעכץ, און ער אױך װעט צום געלעכטער װערן.

[27] װאָרעם איז נישט אַ געלעכטער געװען דיר יִשׂרָאֵל? צי איז ער צװישן גנבֿים געפֿונען געװאָרן, װאָס װען נאָר דו האָסט גערעדט פֿון אים, פֿלעגסטו זיך געשאָקעלט?

[28] פֿאַרלאָזט די שטעט, און רוט אין פֿעלדז, באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ, און זײַט װי אַ טױב װאָס טוט נעסטן בײַ די זײַטן פֿון דעם מױל פֿון אַ גרוב.

[29] מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מוֹאָבֿ, װי זײער שטאָלץ ער איז; זײַן גרױסקײט און זײַן שטאָלצקײט און זײַן גאװה, און די הױכקײט פֿון זײַן האַרצן.

[30] איך װײס, זאָגט ה׳, זײַן חוצפּה, און זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט, זײער טאָן אָן אַ האַפֿט.

[31] דערום יאָמער איך אױף מוֹאָבֿ, און אױף גאַנץ מוֹאָבֿ טו איך קלאָגן; אױף די באַװױנער פֿון קיר-חֶרֶשׂ מוז מען זיפֿצן.

[32] מער פֿון דעם געװײן אױף יַעְזֵר װײנען איך אױף דיר, װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה; דײַנע צװײַגן זײַנען ביז צום ים אַריבער, ביזן ים פֿון יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײכט; אױף דײַן זומערפֿרוכט און אױף דײַן װײַנטרױבן־זאַמלונג איז אַ צעשטערער אָנגעפֿאַלן.

[33] און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד און די לוסטיקײט פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן, און פֿון לאַנד מוֹאָבֿ, און װײַן פֿון די קעלטערס האָב איך פֿאַרשטערט; מע טרעט נישט מיט הֵידָד! דער הֵידָד איז נישט הֵידָד.

[34] דאָס געשערײַ פֿון חֶשבוֹן איז ביז אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ לאָזן זײ אַרױס זײער קֹול, פֿון צוֹעַר ביז חוֹרוֹנַיִם ביז עגלת שלשיה; װאָרעם אױך די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן צו װיסט װערן.

[35] און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון מוֹאָבֿ, זאָגט ה׳, דעם װאָס ברענגט-אױף אױף אַ בָמָה, און דעם װאָס רײכערט צו זײַנע ג‑טער.

[36] דערום מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט װי פֿלײטן ברומען, און מײַן האַרץ אױף די מענער פֿון קיר-חֶרֶשׂ, טוט װי פֿלײטן ברומען, פֿאַר װאָס די שֶפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעשאַפֿט איז אונטערגאַנגען.

[37] װאָרעם יעטװעדער קאָפּ איז אַ פּליץ, און יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן, אױף אַלע הענט זײַנען שניטן, און אױף די לענדן איז זאַק.

[38] אױף אַלע דעכער פֿון מוֹאָבֿ, און אין אירע גאַסן, איז לױטער קלאָגערײַ; װאָרעם איך האָב צעבראָכן מוֹאָבֿ װי אַ נישטװערטיקע כּלי, זאָגט ה׳.

[39] װי איז זי צעבראָכן געװאָרן! – יאָמערט – װי האָט מוֹאָבֿ אין ביאָש דעם רוקן געקערט! און מוֹאָבֿ װעט װערן צו געלעכטער און צו שרעק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.

[40] װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, װי אַן אָדלער װעט ער שװעבן, און שפּרײטן זײַנע פֿליגלען צו מוֹאָבֿ.

[41] באַצװוּנגען װערן די שטעט, און די פֿעסטונגען װערן אײַנגענומען; און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון מוֹאָבֿ אין יענעם טאָג װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען.

[42] און מוֹאָבֿ װערט פֿאַרטיליקט װערן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק, פֿאַר װאָס ער האָט זיך קעגן ה׳ געגרײסט.

[43] אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ אױף דיר, באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ, זאָגט ה׳.

[44] דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם גרױל, װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב, און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב, װעט געכאַפּט װערן אין נעץ; װאָרעם איך װעל ברענגען אױף איר, אױף מוֹאָבֿ, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט, זאָגט ה׳.

[45] אין שאָטן פֿון חֶשבוֹן האָבן זיך אָפּגעשטעלט אָן כּוֹח אַנטרונענע; װאָרעם אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון חֶשבוֹן, און אַ פֿלאַם פֿון מיטן סיחון, און זי האָט פֿאַרצערט די שלײף פֿון מוֹאָבֿ, און דעם שאַרבן פֿון די ליאַרעמיונגען.

[46] װײ דיר, מוֹאָבֿ! אונטערגעגאַנגען איז דאָס פֿאָלק פֿון כּמוֹש; װאָרעם דײַנע זין זײַנען גענומען געװאָרן אין געפֿאַנג, און דײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט.

[47] אָבער איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מוֹאָבֿ אין סוף פֿון די טעג, זאָגט ה׳. ביז דאַנען איז דער משפּט פֿון מוֹאָבֿ.

יִרְמְיָה — Chapters