[1] װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה.
[2] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון, און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך, און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט, די שטאָט און די װױנער אין איר; און שרײַען װעלן די מענטשן, און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד.
[3] איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס, איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן, דעם טומל פֿון זײַנע רעדער, קערן זיך עלטערן נישט צו קינדער, פֿון אָפּהענטיקײט.
[4] פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון צידון איטלעך געבליבענעם העלפֿער; װאָרעם ה׳ טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים, דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר.
[5] געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן, דער רעשט פֿון זײער טאָל. ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן?
[6] װײ, דו שװערד פֿון ה׳, ביז װי לאַנג נאָך װעסטו נישט רוען? װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד, באַרו זיך און װער שטיל.
[7] װי קענסטו זײַן רואיק? אַז ה׳ האָט איר באַפֿױלן; אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים, אַהין האָט ער זי באַשערט.