Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:09

[1] פונוואנען זשע זענען מלחמות און פונוואנען זענען קריגערייען ביי אייך? צי דען נישט פונדאנען, פון אייערע תאוות, וואס ראנגלען זיך אין די אברים אייערע?

[2] איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.

[3] איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.

[4] איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.

[5] אדער מיינט איר, אז אומזיסט זאגט דער פסוק: צו קנאה גלוסט דער גייסט, וועלכן ער האט געמאכט וואוינען אין אונדז?

[6] גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)

[7] אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.

[8] דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.

[9] פייניקט זיך און טרויערט און וויינט; זאל אייער געלעכטער פארקערט ווערן צו געוויין, און אייער שמחה צו טרויער.

[10] דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.

[11] בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.

[12] איינער איז דער געזעצגעבער און שופט, דער, וועלכער איז בכוח צו ראטעווען און צו פארדארבן; ווער אבער ביסטו, וואס משפטסט דיין חבר?

[13] איצט קומט איר, וועלכע זאגן: היינט אדער מארגן וועלן מיר פארן אין דער און דער שטאט אריין און דארטן פארבלייבן א יאר און האנדלען און פארדינען;

[14] און איר ווייסט דאך נישט, וואס מארגן וועט זיין! וואס איז אייער לעבן? ווארום איר זענט א נעפל, וואס באווייזט זיך אויף א וויילע און שפעטער ווערט ער פארשווונדן. (לוקאס כד, לא.)

[15] אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.

[16] און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.

[17] דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.

יעקבס בריוו — Chapters