[1] יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!
[2] נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות,
[3] וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות.
[4] זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.
[5] אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.
[6] נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט.
[7] ווארום יענער מענטש זאל זיך (אפילו) נישט פארשטעלן, אז ער וועט עפעס באקומען ביי דעם האר.
[8] א מאן מיט צוויי (אנטקעגנגעזעצטע) דעות איז נישט פעסט אין קיינעם פון זיינע וועגן.
[9] זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות;
[10] און דער עושר מיט זיין שיפלות; ווייל ווי א בלום פון דעם גראז וועט ער פארגיין.
[11] ווארום די זון שיינט אויף מיט איר היץ, און פארוועלקט דאס גראז, און די בלום פאלט דערפון אראפ, און די חן פון זיין געשטאלט ווערט פארדארבן; פונקט אזוי וועט דער רייכער פארוועלקן אין זיינע וועגן.
[12] וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
[13] זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס;
[14] יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.
[15] דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.
[16] בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע.
[17] יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
[18] פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.
[19] דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;
[20] ווארום א מענטשנס צארן איז נישט ווירקט די גערעכטיקייט פון ה׳.
[21] דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
[22] זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.
[23] ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל;
[24] ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען.
[25] דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן.
[26] אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט.
[27] א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.