[1] ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון.
[2] טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.
[3] ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין.
[4] נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן.
[5] ווארום יעדער איינער וועט טראגן זיין אייגענע משא.
[6] דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים.
[7] נארט זיך נישט אליין אפ; ה׳ לאזט נישט אפשפאטן פון זיך; ווארום וואס א מענטש וועט נאר זייען, דאס דאזיקע וועט ער אויך שניידן.
[8] ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן.
[9] לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן.
[10] דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.
[11] זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט.
[12] אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח.
[13] ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש.
[14] פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה.
[15] ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג.
[16] און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.
[17] איבריקנס זאל מיר קיינער (מער נישט) פארשאפן קיין מידיקייט, ווארום איך טראג אין מיין גוף די צייכנס פון דעם (האר) יהושע/ישוע.
[18] דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.