Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 5:04

[1] צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.

[2] אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (אומות (העולם)) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט.

[3] נאכאמאל זאג איך עדות צו יעדן מענטשן, וואס לאזט זיך מל זיין, אז ער איז מחייב צו האלטן די תרי״ג מצוות.

[4] איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד.

[5] ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה.

[6] ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.

[7] איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת?

[8] די איינרעדונג איז נישט פון דעם, וועלכער רופט אייך.

[9] א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג.

[10] איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין.

[11] איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מיכשול פון דעם בוים אויפגעהערט!

[12] הלוואי זאלן די, וואס פארפירן אייך, זיך (אינגאנצן) מסרס זיין.

[13] ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.

[14] ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)

[15] אויב אבער איר בייסט און פרעסט זיך איינס דאס אנדערע, גיט אכטונג, איר זאלט נישט פארצערט ווערן איינער פונם אנדערן.

[16] איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.

[17] ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט.

[18] אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ.

[19] באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט,

[20] עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות,

[21] קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.

[22] די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,

[23] ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.

[24] די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.

[25] אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט.

[26] לאמיר זיך נישט יאגן נאך פוסטן כבוד, צו דערצערנען איינער דעם אנדערן און מקנא צו זיין איינער דעם אנדערן.

גאלאטער בריוו — Chapters