Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 5:23

[1] און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן די לענג, און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבח זײַן, און דרײַ אײלן זײַן הײך.

[2] און זאָלסט מאַכן זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער; און זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער.

[3] און זאָלסט מאַכן זײַנע טעףּ אױף אַװעקנעמען זײַנע אַש, און זײַנע שופֿלען, און זײַנע שפּרענגבעקנס, און זײַנע גאָפּלען און זײַנע פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער.

[4] און זאָלסט מאַכן צו אים אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט, און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר קופּערנע רינגען אױף זײַנע פֿיר עקן.

[5] און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן אונטער דעם געזימס פֿון מזבח, פֿון אונטן, און די נעץ זאָל זײַן ביז דער העלפֿט פֿון מזבח.

[6] און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח, שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט קופּער.

[7] און זײַנע שטאַנגען זאָלן אַרײַנגעצױגן װערן אין די רינגען, און די שטאַנגען זאָלן זײַן אױף בײדע זײַטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים.

[8] הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג, אַזױ זאָל מען מאַכן.

[9] און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון מישכּן: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן די לענג פֿאַר דער אײן זײַט.

[10] און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.

[11] און דעס גלײַכן פֿאַר דער צפֿון-זײַט, פֿאַר לענג: אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג, און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.

[12] און פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן: די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען.

[13] און די ברײט פֿון הױף אין מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן.

[14] און פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.

[15] און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.

[16] און פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר.

[17] אַלע זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, אָנגעגורט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון זילבער, און זײערע שװעלן פֿון קופּער.

[18] די לענג פֿון הױף הונדערט אײלן, און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק, און די הײך פֿינף אײלן, פֿון געדרײַטן לײַנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער.

[19] אַלע געצײַג פֿון מישכּן פֿאַר זײַן גאַנצער אַרבעט, און אַלע זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף, פֿון קופּער.

[20] און דו זאָלסט באַפֿעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצינדן אַ ליכט תּמיד.

[21] אין אוֹהל-מוֹעד, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַרן צײגנים, זאָל עס אַהרֹן און זײַנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, פֿאַר ה׳; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דור-דורות פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

שְמוֹת — Chapters