[1] און אלֹקים האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן:
[2] איך בין ה׳ דײַן ג-ט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
[3] זאָלסט נישט האָבן אַנדערע ג‑טער פֿאַר מײַן פּנים.
[4] זאָלסט דיר נישט מאַכן אַ בילד געשניץ, אָדער אַ קײנערלײ געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד.
[5] זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען; װאָרעם איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא, װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט,
[6] און טו חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.
[7] זאָלסט נישט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט צום פֿאַלשן, װאָרעם ה׳ שענקט נישט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.
[8] געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק.
[9] זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות;
[10] אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו נישט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן.
[11] װאָרעם זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דערום האָט ה׳ געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.
[12] האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.
[13] זאָלסט נישט הרגען. זאָלסט נישט מזַנה זײַן. זאָלסט נישט גנבֿען. זאָלסט נישט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.
[14] זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
[15] און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװױנט די דונערן, און די פֿלאַמען, און דעם קֹול פֿון שופֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן.
[16] און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל נישט רעדן צו אונדז אלֹקים; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.
[17] האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרעם כּדי אײַך צו פּרוּװן איז האלֹקים געקומען, און כּדי זײַן מורא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט נישט זינדיקן.
[18] איז דאָס פֿאָלק געשטאַנען פֿון דער װײַטן, און משה האָט גענענט צו דעם נעבל װאָס דאָרטן איז געװען ג-ט.
[19] און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו אײַך.
[20] איר זאָלט נישט מאַכן לעבן מיר ג‑טער פֿון זילבער, און ג‑טער פֿון גאָלד זאָלט איר אײַך נישט מאַכן.
[21] אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר מאַכן, און שלאַכטן אױף אים דײַנע בראַנדאָפּפֿער און דײַנע פֿרידאָפּפֿער, דײַנע שאָף און דײַנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ איך װעל מאַכן דערמאָנען מײַן נאָמען, װעל איך קומען צו דיר, און װעל דיך בענטשן.
[22] און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר מאַכן, זאָלסטו זײ נישט בױען געהאַקטע, װאָרעם דײַן האַקאײַזן האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף, און האָסט עס פֿאַרשװעכט.
[23] און זאָלסט נישט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מײַן מזבח, כּדי זײַן נאַקעטקײט זאָל נישט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.