Skip to content
Opens in a new window

[1] אױף אַלץ איז דאָ אַ שעה, און אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך אונטערן הימל:

[2] אַ צײַט געבאָרן צו װערן, און אַ צײַט צו שטאַרבן; אַ צײַט צו פֿלאַנצן, און אַ צײַט אױסצורײַסן דאָס געפֿלאַנצטע.

[3] אַ צײַט צו הרגען, און אַ צײַט צו הײלן; אַ צײַט צו ברעכן, און אַ צײַט צו בױען.

[4] אַ צײַט צו װײנען, און אַ צײַט צו לאַכן; אַ צײַט צו קלאָגן, און אַ צײַט צו טאַנצן.

[5] אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן שטײנער, און אַ צײַט אױפֿצוקלײַבן שטײנער; אַ צײַט צו האַלדזן, און אַ צײַט זיך צו דערװײַטערן פֿון האַלדזן.

[6] אַ צײַט צו זוכן, און אַ צײַט אָנצוּװערן; אַ צײַט צו היטן, און אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן.

[7] אַ צײַט צו רײַסן, און אַ צײַט צו נײען; אַ צײַט צו שװײַגן, און אַ צײַט צו רעדן.

[8] אַ צײַט ליב צו האָבן, און צײַט פֿײַנט צו האָבן; אַ צײַט פֿאַר מלחמה, און אַ צײַט פֿאַר שלום.

[9] װאָס קומט אַרױס דעם טוער װאָס ער מיט זיך?

[10] איך האָב געזען דעם עסק װאָס אלֹקים האָט געגעבן די מענטשנקינדער זיך צו עסקן דערמיט.

[11] אַלצדינג האָט ער געמאַכט שײן אין זײַן צײַט, אױך די אמתע װעלט האָט ער אַרײַנגעטאָן אין זײער האַרצן, אָבער אַזױ אַז דער מענטש קען נישט אױסגעפֿינען דעם באַשאַף װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿן, פֿון אָנהײב ביזן סוף.

[12] איך װײס אַז נישטאָ בעסערס פֿאַר זײ, װי נאָר זיך צו פֿרײען, און זיך װױל צו טאָן, אין זײער לעבן. אָבער אױך אַז עמעצער אַ מענטש עסט און טרינקט, און האָט װױלטאָג פֿאַר אַל זײַן מי,

[13] איז דאָס אַ מתּנה פֿון אלֹקים.

[14] איך װײס אַז אַלץ װאָס אלֹקים מאַכט, דאָס װעט זײַן אײביק; דערצו איז נישט צוצולײגן, און דערפֿון איז נישט צו מינערן; און אלֹקים האָט געמאַכט אַז מע זאָל מורא האָבן פֿאַר אים.

[15] דאָס װאָס איז שױן געװען, און דאָס װאָס דאַרף ערשט זײַן, איז שױן געװען. אָבער אלֹקים מאָנט אױף פֿאַר דעם גערודפֿטן.

[16] און נאָך האָב איך געזען אונטער דער זון: אין דעם אָרט פֿון גערעכטיקײט, דאָרטן איז אומרעכט, און אין דעם אָרט פֿון רעכטפֿאַרטיקײט, דאָרטן איז אומרעכט.

[17] האָב איך געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אי דעם צדיק אי דעם רשע װעט אלֹקים משפּטן, װאָרעם אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך און פֿאַר איטלעכער טוּונג איז דאָרטן דאָ.

[18] איך האָב געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: דאָס איז פֿון װעגן די מענטשנקינדער; כּדי אלֹקים זאָל זײ לײַטערן, און כּדי זײ אַלײן זאָלן זען אַז זײ זײַנען װי אַ בהמה.

[19] װאָרעם דער טראַף פֿון די מענטשנקינדער איז דער טראַף פֿון דער בהמה; אײן טראַף בײַ זײ. װי דער שטאַרבט, אַזױ שטאַרבט דער, און אײן אָטעם בײַ בײדן, און קײן מעלה פֿון מענטשן איבער דער בהמה איז נישטאָ, װאָרעם אַלץ איז נישטיקײט.

[20] בײדע קומען אַהין אין אײן אָרט, בײדע זײַנען פֿון שטױב, און בײדע קערן זיך אום צו שטױב.

[21] װער װײס דעם גײַסט פֿון די מענטשנקינדער, אױב ער גײט אַרױף אין דער הײך, און דעם גײַסט פֿון דער בהמה, אױב ער נידערט אונטן צו דער ערד?

[22] און איך האָב אײַנגעזען אַז נישטאָ בעסערס, װי דער מענטש זאָל הנאה האָבן פֿון זײַנע אױפֿטוען, װאָרעם דאָס איז זײַן חלק; װײַל װער װעט אים ברענגען אָנצוקוקן װאָס װעט זײַן נאָך אים?

קהלת — Chapters