Skip to content
Opens in a new window

[1] טױטע פֿליגן פֿאַרשטינקען און צעבלעזלען דעם זאַלבמישערס אײל, אַזױ װעגט אַריבער אַ ביסל נאַרישקײט חכמה און כּבֿוד.

[2] דער שׂכל פֿון דעם חכם איז אױף זײַן רעכטער זײַט, און דער שׂכל פֿון נאַרן אױף זײַן לינקער.

[3] און אױך אַז דער נאַר גײט אין װעג, פֿעלט אים שׂכל, און ער זאָגט אַלעמען אױס אַז ער איז אַ נאַר.

[4] אַז דאָס געמיט פֿון דעם געװעלטיקער הײבט זיך אױף קעגן דיר, זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן דײַן אָרט; װאָרעם געלאַסנקײט באַרוט גרױסע זינד.

[5] פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, אַזױ װי אַ פֿאַרזע װאָס גײט אַרױס פֿון אַ געװעלטיקער:

[6] נאַרישקײט װערט געשטעלט אין גרױסע הײכן, און נגידים זיצן אין דער נידער.

[7] איך האָב געזען קנעכט אױף פֿערד, און האַרן װאָס גײען װי קנעכט אױף דער ערד.

[8] דער װאָס גראָבט אַ גרוב, װעט אין איר אַרײַנפֿאַלן, און דער װאָס ברעכט דורך אַ צאַם, אים װעט אײַנבײַסן אַ שלאַנג.

[9] דער װאָס האַקט אַרױס שטײנער װעט זיך װײ טאָן אָן זײ, דער װאָס שפּאַלט האָלץ איז אין סכּנה דורך דעם.

[10] אַז דער אײַזן איז שטומפּ, און מע האָט דעם שאַרף נישט פֿאַרשלײַפֿט, מוז מען שטאַרקן די כּוחות; און די מעלה פֿון חכמה איז צוגרײטן.

[11] אַז די שלאַנג בײַסט אײַן פֿאַרן אָפּשפּרעכן, איז אױס מעלה פֿון דעם מאַן מיט דער צונג.

[12] די װערטער פֿון דעם חכמס מױל זײַנען מיט חן, און די ליפּן פֿון דעם נאַרן ברענגען אים אום.

[13] דער אָנהײב פֿון די װערטער פֿון זײַן מױל איז נאַרישקײט, און דער סוף פֿון זײַן רעדן איז בײזע משוגעת.

[14] יאָ, דער נאַר מערט װערטער, אָבער דער מענטש װײס נישט װאָס געשעט; און װאָס װעט געשען נאָך אים, װער װעט אים דערצײלן?

[15] די מי פֿון דעם נאַרן פֿאַרמאַטערט אים, װאָרעם ער װײס נישט צו מאָל װי צו גײן אין שטאָט.

[16] װײ דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ יונג, און דײַנע האַרן מאַכן סעודות אין דער פֿרי!

[17] װױל דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ פֿרײַגעבאָרענער, און דײַנע האַרן עסן אין דער צײַט, אין מאַנהאַפֿטיקײט און נישט אין זױפֿערײַ.

[18] פֿון פֿױלקײט פֿאַלט אײַן דער באַלקן, און פֿון אָפּגעלאָזטע הענט רינט דאָס הױז.

[19] אַ סעודה מאַכט מען פֿון פֿרײלעכקײט װעגן, און װײַן מאַכט לוסטיק דאָס לעבן; אָבער געלט באַװערט אַלץ.

[20] אַפֿילו אין דײַן געדאַנקען זאָלסטו נישט שילטן דעם מלך, און אין דײַנע שלאָפֿקאַמערן זאָלסטו נישט שילטן דעם עושר; װאָרעם אַ פֿױגל פֿון הימל װעט אַװעקטראָגן דעם קֹול, און דער װאָס האָט פֿליגלען װעט דערצײלן די זאַך.

קהלת — Chapters