Skip to content
Opens in a new window

[1] און יהוֹשָפֿט זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט, און האָט זיך באַפֿעסטיקט אַקעגן יִשׂרָאֵל.

[2] און ער האָט געשטעלט חיל אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און געשטעלט װאַכן אין לאַנד יהוּדה, און אין די שטעט פֿון אפֿרים װאָס זײַן פֿאָטער אָסאָ האָט באַצװוּנגען.

[3] און ה׳ איז געװען מיט יהוֹשָפֿטן, װאָרעם ער איז געגאַנגען אין די פֿריִערדיקע װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און ער האָט נישט געזוכט די בַעַל-געטער.

[4] נאָר דעם ג-ט פֿון זײַן פֿאָטער האָט ער געזוכט, און אין זײַנע געבאָט איז ער געגאַנגען, און נישט אַזױ װי די מעשׂים פֿון יִשׂרָאֵל.

[5] און ה׳ האָט באַפֿעסטיקט די מלוכה אין זײַן האַנט, און גאַנץ יהוּדה האָט געגעבן מתָּנות יהוֹשָפֿטן, און ער האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד.

[6] און זײַן האַרץ איז געװען געהױבן אין די װעגן פֿון ה׳; דערצו נאָך האָט ער אָפּגעטאָן די בָמות און די געצנבײמער פֿון יהוּדה.

[7] און אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה האָט ער געשיקט זײַנע האַרן: בן-חיִלן, און עוֹבַֿדיָהן, און זכַריָהן, און נתַנאֵלן, און מיכָיָהון, צו לערנען די שטעט פֿון יהוּדה.

[8] און מיט זײ זײַנען געװען די לוִיִים שמַעיָהו, און נתַניָהו, און זבַֿדיָהו, און עַשָׂהאֵל, און שמירָמוֹת, און יהוֹנָתָן, און אַדוֹנִיָהו, און טוֹבִֿיָהו, און טוֹבֿ אַדוֹנִיָה, די לוִיִים; און מיט זײ, אֶלישָמָע און יהוֹרָם, די כּהנים.

[9] און זײ האָבן געלערנט אין יהוּדה, און מיט זײ איז געװען דאָס בוך פֿון ה׳ס תּורה; און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין אַלע שטעט פֿון יהוּדה, און האָבן געלערנט צװישן דעם פֿאָלק.

[10] און אַ פַּחד פֿון ה׳ איז געװען אױף אַלע מלוכות פֿון די לענדער װאָס אַרום יהוּדה, און זײ האָבן נישט מלחמה געהאַלטן מיט יהוֹשָפֿטן.

[11] און פֿון די פּלִשתּים האָט מען געבראַכט יהוֹשָפֿטן, מתָּנות, און זילבער אַ לאָדונג; אױך די אַראַבער האָבן אים געבראַכט שאָף: זיבן טױזנט און זיבן הונדערט װידערס, און זיבן טױזנט און זיבן הונדערט בעק.

[12] און יהוֹשָפֿט איז געװאָרן אַלץ גרעסער, ביז גאָר הױך; און ער האָט געבױט אין יהוּדה פּאַלאַצן און שפּײַכלערשטעט.

[13] און אַ גרױסע װירטשאַפֿט האָט ער געהאַט אין די שטעט פֿון יהוּדה; און מלחמה-לײַט, העלדישע גיבוֹרים, אין ירושָלַיִם.

[14] און דאָס איז געװען זײער צײלונג לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: פֿון יהוּדה, הױפּטלײַט פֿון טױזנט: עַדנָה דער הױפּטמאַן, און מיט אים העלדישע גיבוֹרים דרײַ הונדערט טױזנט;

[15] און לעבן אים: יהוֹחָנָן דער הױפּטמאַן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט;

[16] און לעבן אים: עַמַסיָה דער זון פֿון זִכרין, װאָס האָט זיך פֿרײַװיליק אָנגעבאָטן פֿאַר ה׳, און מיט אים צװײ הונדערט טױזנט העלדישע גיבוֹרים.

[17] און פֿון בנימין: אַ העלדישער גיבור, אֶליָדָע און מיט אים באַװאָפֿנטע מיט בױגנס און שילדן, צװײ הונדערט טױזנט;

[18] און לעבן אים: יהוֹזָבָֿד, און מיט אים הונדערט און אַכציק טױזנט געװאָפֿנטע צום קריג.

[19] דאָס זײַנען די װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, אַחוץ װאָס דער מלך האָט געשטעלט אין די פֿעסטונגשטעט אין גאַנץ יהוּדה.

דִבֿרֵי הַיָמִים ב — Chapters