[1] און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ זײַן ג-ט.
[2] און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע מזבחות און די בָמות, און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און האָט אָפּגעהאַקט די געצנבײמער.
[3] און ער האָט אָנגעזאָגט יהוּדה צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און צו טאָן די תּורה און דאָס געבאָט.
[4] און ער האָט אָפּגעטאָן פֿון אַלע שטעט פֿון יהוּדה די בָמות און די זונזײַלן. און דאָס קיניגרײַך איז געװען רויִק אונטער אים.
[5] און ער האָט געבױט פֿעסטונגשטעט אין יהוּדה, װאָרעם דאָס לאַנד איז געװען רויִק, און בײַ אים איז נישט געװען קײן מלחמה אין יענע יאָרן, װײַל ה׳ האָט אים באַרוט.
[6] און ער האָט געזאָגט צו יהוּדה: לאָמיר פֿאַרבױען די דאָזיקע שטאָט, און אַרומרינגלען מיט אַ מױער און טורעמס, טירן און ריגלען, אַזױ לאַנג דאָס לאַנד ליגט פֿאַר אונדז, װײַל מיר האָבן געזוכט ה׳ אלוקינו; מיר האָבן אים געזוכט, און ער האָט אונדז באַרוט פֿון רונד אַרום. און זײ האָבן געבױט, און האָבן באַגליקט.
[7] און אָסאָ האָט געהאַט אַ חיל װאָס האָט געטראָגן פּאַנצערס און שפּיזן, פֿון יהוּדה דרײַ הונדערט טױזנט; און פֿון בנימין, די װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און געשפּאַנט אַ בױגן, צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט. די אַלע זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים.
[8] איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ זֶרַח דער כּוּשי מיט אַ חיל פֿון טױזנט מאָל טױזנט, און רײַטװאָגן דרײַ הונדערט, און ער איז געקומען ביז מָרֵשָה.
[9] איז אָסאָ אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אין טאָל פֿון צפֿת בײַ מָרֵשָה.
[10] און אָסאָ האָט גערופֿן צו ה׳ זײַן ג-ט, און ער האָט געזאָגט: ה׳, נישטאָ אַחוץ דיר צו העלפֿן צװישן דעם מאַכטיקן און דעם װאָס אָן כּוֹח; העלף אונדז, ה׳ אלוקינו, װאָרעם אױף דיר לענען מיר זיך אָן, און אין דײַן נאָמען זײַנען מיר געקומען אױף דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן. דו ביסט ה׳ אלוקינו; זאָל נישט אַ מענטש אױסהאַלטן אַקעגן דיר.
[11] און ה׳ האָט געשלאָגן די כּוּשים פֿאַר אָסאָן און פֿאַר יהוּדה, און די כּוּשים זײַנען אַנטלאָפֿן.
[12] און אָסאָ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז קײן גרָר, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון די כּוּשים, ביז פֿון זײ איז נישט געבליבן אַ לעבעדיקער; װאָרעם זײ זײַנען צעבראָכן געװאָרן פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן מחנה. און זײ האָבן גענומען רױב זײער פֿיל.
[13] און זײ האָבן געשלאָגן אַלע שטעט רונד אַרום גרָר, װאָרעם אַ פַּחד פֿון ה׳ איז געװען אױף זײ; און זײ האָבן אױסגערױבט אַלע שטעט, װאָרעם פֿיל רױב איז אין זײ געװען.
[14] און אױך די פֿיגעצעלטן האָבן זײ געשלאָגן, און זײ האָבן געפֿאַנגען שאָף אַ סך, און קעמלען, און האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.