[1] ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים?
[2] אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן?
[3] צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות!
[4] און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך דיני ממונות, זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים?
[5] צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער?
[6] נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע!
[7] איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן?
[8] נאר איר אליין טוט עוולות און בארויבט, און דאס דאזיקע (טוט איר צו) ברידער!
[9] אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער,
[10] נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
[11] און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.
[12] אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער נישט אלץ איז גוט (פאר מיר). אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער איך וויל פון גארנישט ווערן באהערשט.
[13] מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף;
[14] און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה.
[15] צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום!
[16] אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.)
[17] דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט.
[18] אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף.
[19] אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין,
[20] ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!