[1] און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד.
[2] איר ווייסט (דאך), אז ווען איר זענט געווען אומות (העולם), ווי איר האט זיך געלאזט פירן צו שטומע אפג‑טער, און מען האט אייך געפירט.
[3] דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.
[4] די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער.
[5] און די עבודות זענען פארשיידן, דאך איז עס דער זעלביקער האר.
[6] און די ווירקונגען, זענען פארשיידן אבער דער זעלביקער ה׳, וועלכער ווירקט אלץ אין אלעם.
[7] יעדן איינעם אבער ווערט געגעבן די אנטפלעקונג פון דעם רוח (הקודש) צום נוצן.
[8] ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט;
[9] אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט;
[10] און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות;
[11] דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.
[12] ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.
[13] ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.
[14] דען דער גוף איז נישט איין אבר, נאר א סך.
[15] אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער?
[16] און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער?
[17] אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח?
[18] איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט.
[19] און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף?
[20] איצט אבער זענען עס טאקע א סך אברים, נאר איין גוף.
[21] און דאס אויג קען נישט זאגן צו דער האנט: איך דארף דיך נישט האבן; אדער ווידער דער קאפ צו די פיס; איך דארף אייך נישט האבן!
[22] נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק.
[23] און די (טיילן) פונם גוף, וועלכע מיר האלטן פאר נישט אזוי איידל, די דאזיקע באקליידן מיר מיט מער כבוד; און אונדזערע נישט אנשטענדיקע צירן מיר אמערסטן;
[24] אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר),
[25] כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע.
[26] און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.
[27] און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער.
[28] און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.
[29] צי זענען דען אלע שליחים? צי זענען דען אלע נביאים? צי זענען דען אלע מלמדים? צי (טאן) דען אלע וואונדער?
[30] צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע?
[31] שטרעבט אבער צו דערגרייכן די גרעסערע מתנות. און נאך א דרך, אן אויסגעצייכנטערן, ווייז איך אייך.