Skip to content
Opens in a new window

[1] זאַמלט אײַך אײַן און פֿאַרזאַמלט אײַך, איר אומפֿאַרשעמט פֿאָלק,

[2] אײדער דער גזר װערט געבאָרן װי שפּרײ פֿאַרגײט דער טאָג אײדער עס קומט אױף אײַך דער גרימצאָרן פֿון ה׳, אײדער עס קומט אױף אײַך דער טאָג פֿון ה׳ס כּעס.

[3] זוכט ה׳, איר אַלע פֿאַרליטענע פֿון לאַנד, װאָס האָט געטאָן זײַן געזעץ; זוכט גערעכטיקײט, זוכט עניװת, אפֿשר װעט איר פֿאַרבאָרגן װערן אין טאָג פֿון ה׳ס כּעס.

[4] װאָרעם עַזָה װעט אַ פֿאַרלאָזענע זײַן, און אַשקלוֹן אַ װיסטעניש; אַשדוֹד, זי װעט מען אין מיטן טאָג אַרױסטרײַבן, און עֶקרוֹן װעט אױסגעריסן װערן.

[5] װײ, איר באַװױנער פֿון דער ים-געגנט, איר פֿאָלק פֿון כּרֵתים! דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז אױף אײַך, כּנַעַן, דו לאַנד פֿון די פּלִשתּים; און איך װעל דיך אונטערברענגען אַז קײן באַװױנער זאָל נישט זײַן.

[6] און די געגנט פֿון ים װעט זײַן פֿיטערפּלעצער, לאָנקעס פֿאַר פּאַסטוכער, און געהעפֿטן פֿאַר שאָף,

[7] און עס װעט זײַן אַ חלק פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה; זײ װעלן זיך דערױף פֿיטערן; אין די הײַזער פֿון אַשקלוֹן װעלן זײ הױערן אין אָװנט; װאָרעם ה׳ זײער ג-ט װעט זיך דערמאָנען אָן זײ, און װעט אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט.

[8] איך האָב געהערט די לעסטערונג פֿון מוֹאָבֿ, און די זידלערײַען פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, װאָס זײ האָבן געלעסטערט מײַן פֿאָלק, און זיך געגרײסט אַקעגן זײער געמאַרק.

[9] דערום אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אַז מוֹאָבֿ װעט װי סדוֹם װערן, און די קינדער פֿון עַמוֹן װי עַמוֹרָה, אַ װירטשאַפֿט פֿון דערנער, און אַן אױסגראָבונג פֿון זאַלץ, און אַ װיסטעניש אױף אײביק; דער איבערבלײַב פֿון מײַן אומה װעט זײ צערױבן, און דער רעשט פֿון מײַן פֿאָלק װעט זײ אַרבן.

[10] דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר זײער שטאָלץ, װאָס זײ האָבן געלעסטערט, און זיך געגרײסט קעגן דער אומה פֿון ה׳ צבָֿאוֹת.

[11] מוראדיק איז ה׳ אַקעגן זײ, װאָרעם ער מאַכט אײַנגײן אַלע אָפּגעטער פֿון דער ערד, און בוקן װעלן זיך צו אים, איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אַלע אינדזלען פֿון די פֿעלקער.

[12] אױך איר כּוּשים, װעט זײַן דערשלאָגענע פֿון מײַן שװערד.

[13] און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אַקעגן צפֿון, און װעט אונטערברענגען אשור, און מאַכן נינוֵה פֿאַר אַ װיסטעניש, אַ טריקעניש אַזױ װי אַ מדבר.

[14] און הױערן אין איר װעלן סטאַדעס, חיות פֿון יעטװעדער מין; אי דער פּעליקאַן אי דער זומפּבושל װעלן נעכטיקן אױף אירע זײַלנקעפּ; קוֹלות װעלן זינגען אין פֿענצטער, אַ חורבֿן װעט זײַן אױף דער שװעל, װאָרעם איר צעדערװערק דעקט מען אָפּ.

[15] דאָס איז די לוסטיקע שטאָט װאָס איז געזעסן אין זיכערקײט, װאָס האָט געזאָגט אין איר האַרצן: איך, און אַחוץ מיר איז מער נישטאָ. װי איז זי געװאָרן צו װיסט, אַ הױעראָרט פֿאַר חיות! איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ, װעט שמוצערן, װעט װיגן זײַן האַנט.

צפַֿניָה — Chapters