[1] און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
[2] אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן.
[3] און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא!
[4] און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,
[5] דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.
[6] און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
[7] און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?
[8] איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד?
[9] און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט:
[10] צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער.
[11] דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.
[12] איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב.
[13] און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא!
[14] איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
[15] און מען האט אויך געברענגט קליינע קינדער צו אים, אז ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער זעענדיק דאס, האבן אנגעשריגן אויף זיי.
[16] יהושע/ישוע אבער האט זיי צוגערופן, זאגנדיק: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און פארווערט עס זיי נישט; ווארום פון אזעלכע איז דאס קעניגרייך פון ה׳.
[17] באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.
[18] און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
[19] און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳.
[20] די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.)
[21] און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן.
[22] ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
[23] ווי נאר ער האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער טרויעריק; ווארום ער איז געווען זייער רייך.
[24] און יהושע/ישוע האט אויף אים געקוקט און געזאגט: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן פארמעגנס, אריינצוקומען אין ה׳ס קעניגרייך אריין!
[25] ווארום עס איז לייכטער פאר א קעמל אריינצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ג‑ט.
[26] האבן די צוהערער געזאגט: טא ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
[27] ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.
[28] און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט.
[29] ער אבער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן אזעלכער, וואס האט פארלאזט א הויז, אדער א פרוי, אדער ברידער, אדער עלטערן, אדער קינדער, צוליב דעם קעניגרייך פון ה׳,
[30] וואס וועט נישט באקומען כפלי כפלים אין דער דאזיקער צייט, און אויף עולם הבא אייביק לעבן.
[31] און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)
[32] ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.)
[33] און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.)
[34] און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.
[35] און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט.
[36] און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז.
[37] און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי.
[38] און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
[39] און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
[40] און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט:
[41] וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק!
[42] און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן!
[43] און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.