[1] צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)—
[2] אויב איר האט געהערט פון דער פארוואלטונג פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פאר אייערטוועגן,
[3] אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור,
[4] כדי לייענענדיק עס, זאלט איר קענען פארשטיין מיין השגה אין דעם סוד פון דעם משיח,
[5] וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט,
[6] אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,
[7] פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה;
[8] מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;
[9] און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם;
[10] כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳,
[11] לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן;
[12] אין וועמען מיר האבן דעם דרייסטקייט און דעם צוטריט מיט בטחון דורך אמונה אין אים.
[13] דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.
[14] צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער,
[15] פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען),
[16] אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט;
[17] אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע,
[18] כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש,
[19] און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.
[20] און צו אים, וואס איז אימשטאנד צו טאן פיל מער איבער אונדזער בעטן אדער טראכטן, לויט דעם כוח, וואס ווירקט אין אונדז,
[21] צו אים זאל זיין כבוד אין דער קהלה און אינם משיח יהושע/ישוע לדור דור לעלמי עולמים. אמן.