[1] און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ צום באַרג נבֿוֹ, אױפֿן שפּיץ פּסגָה װאָס אַקעגן יריחוֹ; און ה׳ האָט אים געװיזן דאָס גאַנצע לאַנד – גִלעָד ביז דָן,
[2] און גאַנץ נַפֿתָּלי, און דאָס לאַנד אפֿרים און מנַשֶה, און דאָס גאַנצע לאַנד יהוּדה ביז דעם הינטערשטן ים,
[3] און דעם דָרום, און די פֿלאַכלאַנד, דאָס הײסט, דעם טאָל פֿון יריחוֹ, דער שטאָט פֿון טײטלבײמער, ביז צוֹעַר.
[4] און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן. איך האָב דיך געלאָזט זען מיט דײַנע אױגן, אָבער אַהין אַריבערקומען װעסטו נישט.
[5] און משה דער קנעכט פֿון ה׳ איז דאָרטן געשטאָרבן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, לױט דעם מױל פֿון ה׳.
[6] און מע האָט אים באַגראָבן אין טאָל, אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַקעגן בֵית-פּעוֹר; און קײן מענטש װײס נישט זײַן קבֿר ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
[7] און משה איז געװען הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן; זײַן אױג איז נישט געװען טונקל, און זײַן פֿרישקײט איז נישט אַװעק.
[8] און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן באַװײנט משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ דרײַסיק טעג, ביז די טעג פֿון טרױערגעװײן נאָך משהן האָבן זיך געענדיקט.
[9] און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון איז געװען פֿול מיט דעם גײַסט פֿון חכמה, װײַל משה האָט אָנגעלענט אױף אים זײַנע הענט; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך צוגעהערט צו אים, און האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
[10] און עס איז נישט אױפֿגעשטאַנען אין יִשׂרָאֵל נאָך אַזאַ נבֿיא װי משה, װאָס ה׳ האָט זיך דערקענט צו אים פּנים אֶל פּנים;
[11] אין אַלע צײכנס און װוּנדער װאָס ה׳ האָט אים געשיקט טאָן אין לאַנד מִצרַיִם, צו פַּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;
[12] און אין אַל דער שטאַרקער האַנט, און אין אַל דער גרױסער פֿאָרכטיקײט, װאָס משה האָט באַװיזן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל.