Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 3:59

[1] איר הארן, גיט אייערע קנעכט דאס, וואס איז גערעכט און יושרדיק, און זייט וויסן, אז אויך איר האט א האר אין הימל.

[2] האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק;

[3] תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;

[4] כדי איך זאל עס מגלה זיין, ווי איך דארף רעדן.

[5] פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.

[6] אייער ווארט זאל תמיד זיין מיט חן, געווירצט מיט זאלץ, כדי איר זאלט וויסן וויאזוי איר האט יעדן איינעם צו ענטפערן.

[7] אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן,

[8] וועמען איך האב געשיקט צו אייך פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי איר זאלט וויסן ווי עס דערגייט אונדז, און ער זאל טרייסטן אייערע הערצער,

[9] צוזאמען מיט אנעסימוסן, דעם געטרייען און געליבטן ברודער, וועלכער איז פון אייך. זיי וועלן אייך אלץ מודיע זיין, וואס עס קומט דא פאר.

[10] עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),

[11] און יהושע/ישוע, וועלכער ווערט גערופן יוסטוס, וואס זענען פון די געמלטע; די דאזיקע זענען מיינע איינציקע מיטארבעטער אין דעם קעניגרייך פון ה׳, וועלכע זענען געווארן פאר מיר א נחמה.

[12] עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳.

[13] ווארום איך זאג עדות וועגן אים, אז ער גיט זיך פיל מי פאר אייך און פאר די אין לאאדיצעא און אין היעראפאליס.

[14] עס גיט אייך אפ שלום לוקאס דער געליבטער רופא, און דעמאס.

[15] גיט אפ שלום די ברידער אין לאאדיצעא, און נימפאסן, און די קהלה אין איר הויז.

[16] און ווען דער בריוו וועט ביי אייך פארגעלייענט ווערן, מאכט, אז ער זאל אויך געלייענט ווערן אין דער קהלה אין לאאדיצעא; און אז איר זאלט אויך לייענען דעם בריוו פון לאאדיצעא.

[17] און זאגט ארכיפוסן: גיב אכטונג אויף דער עבודה, וואס דו האסט באקומען אינם האר, אז דו זאלסט זי דערפילן.

[18] דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.

קאלאסער בריוו — Chapters