Skip to content
Opens in a new window

[1] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון מוֹאָבֿ, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײַן פֿאַרברענען די בײנער פֿון דעם מלך פֿון אֶדוֹם אױף קאַלך.

[2] און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף מוֹאָבֿ, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון קריוֹת, און שטאַרבן מיט געטומל װעט מוֹאָבֿ, מיט שאַלונג און אַ קֹול פֿון שופֿר.

[3] און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ ריכטער פֿון איר מיט, און אַלע אירע האַרן װעל איך הרגען מיט אים, זאָגט ה׳.

[4] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון יהוּדה, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַראַכט די תּורה פֿון ה׳, און זײַנע געזעצן נישט געהיט; און זײערע ליגנס האָבן זײ פֿאַרפֿירט, די װאָס זײערע עלטערן זײַנען נאָכגעגאַנגען נאָך זײ.

[5] און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף יהוּדה, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלַיִם.

[6] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון יִשׂרָאֵל, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט דעם גערעכטן, און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך.

[7] זײ, װאָס װילן צעטרעטן אויף דעם שטױב ערד אױפֿן קאָפּ פֿון די אָרימע, און דעם װעג פֿון די געדריקטע פֿאַרדרײען זײ; און אַ מאַן און זײַן פֿאָטער גײען צו אײן מײדל, כּדי צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען.

[8] און אױף פֿאַרמשכּונטע קלײדער ציען זײ זיך אױס לעבן איטלעכן מזבח, און װײַן פֿון באַשטראָפֿטע טרינקען זײ אין הױז פֿון זײער ג-ט.

[9] און איך האָב פֿאַרטיליקט פֿאַר זײ דעם אֶמוֹרי, װאָס װי די הײך פֿון צעדערן איז געװען זײַן הײך, און שטאַרק איז ער געװען װי אײכנבײמער; און איך האָב פֿאַרטיליקט זײַן פֿרוכט פֿון אױבן, און זײַנע װאָרצלען פֿון אונטן.

[10] און איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, און אײַך געפֿירט אין דער מדבר פֿערציק יאָר, צו אַרבן דאָס לאַנד פֿון אֶמוֹרי.

[11] און איך האָב אױפֿגעשטעלט פֿון אײַערע זין פֿאַר נבֿיאים, און פֿון אײַערע יונגעלײַט פֿאַר נזירים; צי איז דאָס נישט אַזױ, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל? זאָגט ה׳.

[12] אָבער איר האָט געמאַכט טרינקען די נזירים װײַן, און די נבֿיאים האָט איר באַפֿױלן אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט נבֿיאות זאָגן.

[13] זעט, איך דריק אײַך אַרונטער װי עס דריקט דער װאָגן פֿול מיט גאַרבן.

[14] און אַנטרינונג װעט פֿאַרלאָרן זײַן פֿון דעם פֿלינקן, און דער שטאַרקער װעט נישט אָנהאַלטן זײַן כּוֹח, און דער גיבור װעט נישט ראַטעװען זײַן נפֿש.

[15] און דער בױגנהאַלטער װעט נישט באַשטײן, און דער פֿלינקער אױף זײַנע פֿיס װעט זיך נישט ראַטעװען, און דער רײַטער אױף אַ פֿערד װעט נישט ראַטעװען זײַן נפֿש.

[16] און דער שטאַרקהאַרציקער צװישן די גיבוֹרים װעט אַ נאַקעטער אַנטלױפֿן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳.

עָמוֹס — Chapters