Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 3:46

[1] צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך;

[2] און אז מיר זאלן ניצול ווערן פון פארדארבענע און בייזע מענטשן; ווארום נישט אלע האבן די אמונה.

[3] געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.

[4] און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן.

[5] און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.

[6] און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז.

[7] ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך;

[8] מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט;

[9] נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.

[10] ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן.

[11] ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים.

[12] אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט.

[13] איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים.

[14] און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען.

[15] דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער.

[16] און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.

[17] דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך.

[18] זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען!

ב טעסאלאניקער בריוו — Chapters