[1] דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד;
[2] צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,
[3] קודם כל, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען אפשפעטער מיט שפאט, וואס גייען לויט זייערע אייגענע גלוסטונגען,
[4] און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג!
[5] ווארום בכיוון פארגעסן זיי דאס דאזיקע, אז דורך ה׳ס ווארט שוין פארצייטנס זענען געווען הימלען, און אז אן ערד איז אנטשטאנען אויס וואסער און דורך וואסער;
[6] דורך וועלכע די דעמאלטיקע וועלט איז אונטערגעגאנגען אין א וואסער פון מבול;
[7] די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
[8] פארגעסט אבער נישט אין דעם דאזיקן, געליבטע, אז איין טאג ביים האר איז ווי טויזנט יאר, און טויזנט יאר ווי איין טאג.
[9] דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.
[10] דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.
[11] אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,
[12] דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ!
[13] לויט זיין הבטחה אבער דערווארטן מיר א נייעם הימל און א נייע ערד, אין וועלכע גערעכטיקייט וואוינט. (ישעיהו סה, יז-כה.)
[14] דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.
[15] און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן,
[16] ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג.
[17] און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד.
[18] נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.