Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 2:55

[1] איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן;

[2] פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג‑טספארכטיקייט און ערווירדיקייט.

[3] דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל,

[4] וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.

[5] ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע,

[6] וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט;

[7] פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.

[8] דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת.

[9] אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים;

[10] נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים.

[11] א פרוי זאל לערנען שטילערהייט מיט פולער הכנעה.

[12] און איך גיב נישט קיין פרוי רשות צו זיין מלמד תורה און נישט צו הערשן איבער (איר) מאן, נאר צו זיין שטיל.

[13] ווארום אדם איז צום ערשט באשאפן געווארן, שפעטער חוה;

[14] און אדם האט זיך נישט געלאזט פארפירן; נאר די פרוי, לאזנדיק זיך פארפירן, איז געקומען צו אן עבירה;

[15] זי וועט אבער דערלייזט ווערן דורך געבוירן קינדער, אויב זיי וועלן בלייבן אין דער אמונה און ליבע און קדושה מיט צניעותדיקייט.

א טימאטעוס בריוו — Chapters