Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:36

[1] און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך.

[2] ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט.

[3] בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען.

[4] איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב;

[5] ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך;

[6] דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער.

[7] ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט.

[8] נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה.

[9] ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,

[10] וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים.

[11] טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.

[12] מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר,

[13] און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך.

[14] און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.

[15] זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.

[16] פריידט זיך תמיד;

[17] טוט תפילה אָן אויפהער;

[18] זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן.

[19] לעשט נישט דעם גייסט;

[20] פאראכט נישט נבואות (זאגן);

[21] פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;

[22] דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.

[23] און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

[24] באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.

[25] ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.

[26] גיט אפ שלום אלע ברידער מיט א הייליקן קוש.

[27] איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער.

[28] דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך.

א טעסאלאניקער בריוו — Chapters