Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:44

[1] דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד;

[2] כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף.

[3] ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות;

[4] אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן;

[5] זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע.

[6] ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.

[7] אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;

[8] קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

[9] זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל;

[10] דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;

[11] אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.

[12] געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן;

[13] נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין.

[14] אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך.

[15] נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן;

[16] אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען.

[17] ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?

[18] און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען?

[19] דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.

א פעטרוס בריוו — Chapters