Skip to content
Opens in a new window

[1] און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל.

[2] און דאָס זײַנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו דער זון פֿון צָדוֹקן, דער כּהן;

[3] אֶליחוֹרף און אַחִיָה, די זין פֿון שישאָן, שרײַבערס; יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער;

[4] און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבערן חיל; און צָדוֹק און אֶבֿיָתָר, כּהנים;

[5] און עַזַריָהו דער זון פֿון נָתָנען, איבער די געשטעלטע; און זָבֿוד דער זון פֿון נָתָנען, און אײבערמאַן, דעם מלכס חבֿר;

[6] און אַחִישר, איבערן פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון עַבֿדאָן, איבערן צינדז.

[7] און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און זײַן הױז; אַ חודש אין יאָר פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן.

[8] און דאָס זײַנען זײערע נעמען: דער זון פֿון חוּרן, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.

[9] דער זון פֿון דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבֿים, און בֵית-שֶמֶש, און אֵלאָן-בֵית-חָנָן.

[10] דער זון פֿון חֶסֶדן, אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען שׂוֹכוֹ, און דאָס גאַנצע לאַנד חֵפֿר.

[11] דער זון פֿון אַבֿינָדָבֿן, אין דער גאַנצער געגנט פֿון דוֹר; ער האָט געהאַט טָפֿת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.

[12] בַעַנָא דער זון פֿון אַחילוּדן, אין תַּעֲנָך און מגִדוֹ, און גאַנץ בֵית-שְאָן װאָס לעבן צָרתָן אונטער יִזרְעֶאל, פֿון בֵית-שְאָן ביז אָבֿל-מחולה, ביז אױף יענער זײַן יָקמְעָם.

[13] דער זון פֿון גֶבֶֿרן, אין רָמוֹת-גִלעָד; אונטער אים זײַנען געװען די דערפֿער פֿון יָאיר דעם זון פֿון מנַשֶהן, װאָס אין גִלעָד; אונטער אים איז געװען די געגנט פֿון אַרגוֹבֿ װאָס אין בָשָן, זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן און קופּערנע ריגלען.

[14] אַחינָדָבֿ דער זון פֿון עִדאֹן, אין מַחנַיִם.

[15] אַחימַעַץ, אין נַפֿתָּלי; ער אױך האָט גענומען בָשׂמַת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.

[16] בַעַנָא דער זון פֿון חוּשַין, אין אָשֵר, און בעָלות.

[17] יהוֹשָפֿט דער זון פֿון פָּרוּחַן, אין יִשׂשָׂכָר.

[18] שִמְעִי דער זון פֿון אֵלאָן אין בנימין.

[19] גֶבֶֿר דער זון פֿון אורין, אין לאַנד גִלעָד, דעם לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן. און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.

[20] יהוּדה און יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט. זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך.

מְלָכִים א — Chapters